דער שװעדישער אינסטיטוט פון בײהילפיגע טעכנאלאגיע (SIAT) איז א נאציאנאלער רעסורס צענטער אינעם געביט פון בײהילפיגע טעכנאלאגיע און צוטריטליכקײט פאר מענטשן מיט פיזישע באגרענעצונגען.
SIAT ארבעט פאר פולן אנטײלנעמען און גלײכקײט פון מענטשן מיט פיזישע באגרענעצונגען דורך פארזיכערן צוטריט צו בײהילפיגע טעכנאלאגיע פון הױכן קװאליטעט, אן עפעקטיװע צושטעלונג פון בײהילפיגע געצײגן און א צוטריטליכע סביבה.
די אקטיװיטעטן פון דעם שװעדישן אינסטיטוט פון בײהילפיגע טעכנאלאגיע נעמען ארײן טעסטינג און שטיצע בײם קױפן בײהילפיגע געצײגן; פארשונג און אנטװיקלונג; אנאליס פון געברױכן, קענטעניס און מעטאדאלאגיע אנטװיקלונג; טרענירונג און העכערונג פון קװאליפיקאציע, אינטערנאציאנאלע קאאפעראציע, װי אױך אינפארמאציע און קאמוניקאציע.
דער שװעדישער אינסטיטוט פון בײהילפיגע טעכנאלאגיע װערט אנגעפירט דורך די מיניסטעריום פון געזונטהײט און סאָציאלע עסקים און די שװעדישע אסאָציאציע פון לאקאלע פירערשאפטן און רעגיאנען (SALAR).
Senast granskad: 2010-05-10